Yiddish/English Phone Hotline
212-660-2266
Current Hours: 9 am - 9 pm Daily
0%
100%
September 29, 2019
July 13, 2018. For immediate release.
New York
KindEar is pleased to announce the upcoming establishment of a hotline for the Orthodox/OTD/Frei community. The hotline will be staffed 24/7 by bilingual (Yiddish/English) operators who will provide a listening ear to community members who wish to discuss matters anonymously with someone who understands their background and needs, and refer members to resources that are available to assist them.
Additionally, KindEar will act as a crisis support organization, partnering with law-enforcement and health officials, and mental health organizations to develop a working relationship and standardize procedures for operator training and operation.
KindEar answers an unaddressed, urgent need for a trustworthy resource for people who are grappling with life’s challenges with the particular complexities and minutiae that an Orthodox upbringing may present, and does so without judgement or dogmatic agenda. While many other hotlines exist, members of the community may find the language barrier intimidating, or may feel that their challenges are foreign and not relatable by the operators of those services. KindEar, with its focus on this particular community, will further result in an increased awareness of the availability of help in general.
KindEar is an initiative started by Gene Steinberg, a mental health advocate who is running a social support organization since 2011; and Ethan Abend, a retired rescue specialist with the NYPD with extensive training and experience in mental health crisis management.
KindEar is welcoming input from mental health professionals and organizations. KindEar is also looking for volunteers to staff the phones and other purposes, and professionals willing to provide pro-bono services related to its core mission as well as administrative and ancillary services. KindEar is a 501(c)(3) non-profit organization and donations are tax deductible.
ניו יארק, ערב שבת חזון, תשע"ח לפ"ק
קיינד-עיר פריידט זיך צו מעלדן אז מיר גייען אהערשטעלן א האטליין פארן היימישן עולם, סיי פרומע און סיי פרייע. די האטליין וועט זיין אויסמושטירט מיט אידיש- און ענגליש-רעדנערס 24 שעה א טאג און זיבן טעג א וואך, און וועט פארזארגן מענטשן אין נויט מיט איינער וואס פארשטייט זייער לעבן און וועט אויסהערן און פילייכט מייעץ זיין וואו מען קען באקומען מער הילף, אויב נויטליך.
קיינד-עיר וועט אויך ארבייטן צוזאמען מיט אנדערע ארגאניזאציעס אויסצולערנען די וואלונטירן ווי אזוי זיך צו באגיין מיט מענטשן וואס זענען אין קריזיס ברוחניות ובגשמיות כדי זיי צו קענען העלפן אויפן ריכטיגן אופן אן צו ריזיקירן ערגער צו מאכן די מצב.
קיינד-עיר פרובירט צוצושטעלן אנאנימע הילף פאר מענטשן וואס קומען פון היימישע שטובער און פלאגן זיך מיט פראבלעמען וועלכע זענען נישט זייער באקאנט פאר רוב פראפעשענעלס אין דעם פעלד, און זיי זענען באזארגט אז די הדרכה און עצות וואס געוויסע פרומע ארגאניזאציעס שטעלן צו איז נישט זייער פראפעשינאל. ס'איז טאקע פארהאנען אנדערע, נישט פרומע, האטליינס וואס באנעמען זיך מיט די עניינים, אבער אסאך היימישע מענטשן האבן א פראבלעם צו רעדן מיט זיי און מסביר זיין די פראבלעמען וואס זיי האבן -- פראבלעמען וואס קענען פארקומען ווי אנדערוועלטליך און אומפארשטענדליך צו דרויסענדיגע.
קיינד-עיר איז מיוסד געווארן דורך דזשין שטיינבערג, אן עסקן אין דער געביט פון גייסטישע געזונטהייט; און איטהאן אבענד, א געוועזענער פאליציאנט מיט די נ.י.פ.ד. וואו ער האט זיך אפגעגעבן מיט מענטשן אין קריזיס, ווי אויך איז ער שוין יארן א וואלונטיר מיט א קריזיס ארגאניזאציע.
מיר זענען זייער אינטערסירט אין עצות און הדרכה פון מענטשן וואס ספעציאלירן זיך אין דעם געביט. מיר זיינען אן ארגאניזאציע וואס לויפט אויף וואלונטירס, און אויב קענט איהר מנדב זיין אביסל צייט, וועלן מיר זיין זייער דאנקבאר. און עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אייער נדבות זענען זייער וויכטיג און געשעצט.